sábado, 19 de noviembre de 2016

Un cuento para niños: La mona Mania y el dragón azul (en Yiddish) | Arte y Cultura | Diario Judío México

Un cuento para niños: La mona Mania y el dragón azul (en Yiddish) | Arte y Cultura | Diario Judío México: אַ גליקלעכער, וואָס זײַן זיידע, אליהו בן פּיל, האָט אים אויסגעלערנט עטלעכע ערשטע אותיות פֿונעם אַלף־בית, האָט עלי געהאַלטן זיי אין איין איבערחזרן. אַז קיינער זאָל אים ניט שטערן, האָט ער זיך אויסגעזוכט אין דזשאָנגל אַ שטיל ווינקעלע. ער איז געזעסן אויפֿן פּניאָק אונטער אַ פּאַלמע און אויסגעשריִען אויף אַ קול: אַריה־אַלף, בערעלע־בית, גענדזעלע־גימל… דער זיידע האָט אים געהאַט דערקלערט: אַלץ, וואָס עס לעבט אויף דער וועלט, האָט אַ נאָמען. יעדער נאָמען הייבט זיך אָן פֿון אַן אייגענעם אות. דערמאָן זיך די נעמען פֿון דײַנע פֿרײַנד, וועט דיר זײַן גרינגער פֿאַרגעדענקען דעם אַלף־בית!” האָט עלי אַזוי געטאָן. ווען עס איז געקומען צו דעם אות “דלתּ”, איז בײַ אים אַרויסגעפֿלויגן פֿונעם מויל דאָס וואָרט “דראַקאָן”. ער האָט אַזש אויפֿגעציטערט. עלי אַליין האָט אַ לעבעדיקן דראַקאָן קיין מאָל נישט געזען, און זײַן פֿרײַנד איז ער אויך נישט געווען. ער האָט נאָר געהערט, ווי דער אַלטער טיגער תּרח האָט דערציילט, אַז אַמאָל, אַמאָל האָבן אין די בערג געוווינט דראַקאָנען. זיי זײַנען געווען גרויסע און בייזע. בײַ נאַכט

No hay comentarios:

Publicar un comentario